פתח תקוה
א טיר פון האפענונג

"פתח תקוה" איז באקאנט שוין איבער פערציג יאר אלץ א טיר פון האפענונג, וואס סערווירט דעם היימישען ציבור און וויליאמסבורג/בארא פארק מיט אלע מענטל העלט סערוויסעס.

די סטעף און טעראפיסטן און "פתח תקוה" זענען היימישע מענער/פרויען וואס זענען סענסעטיוו און פארשטייען אונזער קאמיוניטי מיט אירע אייגענארטיגע געברויכען.
Therapy

פריוואטקייט א פריאריטי!

פון די סאמע וויכטיגסטע פרינציפן אין פתח תקוה איז Privacy. פתח תקוה איז שטארק פארזיכטיג מיט'ן פאקט אז "גייסטישע הילף" איז א פריוואטע און גאר א דעליקאטע טעמע. אונזערע טעראַפּיסטן און אפיס סטעף האלטן די אינפארמאציע פון אונזערע קליענטן שטענדיג אין געהיים. אונזערע ווארט-צימערן זענען פריוואט, און מיר סקעדזשועלן אונזערע אפוינטמענטס אפגערוקט איינס פון אנדערן, כדי נאכצוקומען אייער פריוואטקייט.
Therapy center

ווער קומט צו "פתח תקוה" פאר טעראַפּי?

דורכאויס דאס לעבן פון א מענטש קען זיך מאכן פארשידענע פראבלעמען און אומאנגענעמע איבערלעבענישן, סיי קורץ טערמיניגע און לענגערע. באהאנדלן א פראבלעם ביי א לייסענס-פראפעסיאנעל קען בעזהשי"ת העלפן לעזן דעם פראבלעם.

א חלק מענטשן קומען צו פתח תקוה פאר באהאנדלונגען איבער גייסטיגע פראבלעמען א שטייגער ווי דיפרעסיע, עקזייעטי, סטרעס, אדער טראומא. אנדערע וועלן קומען צו באהאנדלן טעגליכע שווערעקייטן, ווי צום ביישפיל, קינדער ערציאונג, געזעלשאפטליכע פראבלעמען און שלום בית, קאנטראלירן די געפילן און פארנעמען שווערעקייטן. אא"וו.

מיר זענען נעבן אייך

פתח תקוה פארמאגט היינט צוטאגס פיר צענטערן, 2 אין וויליאמסבורג, בארא פארק, און קענזינגטאן/פלעטבוש. פאלגענד זענען די 4 לאקאציעס:
Flagship Williamsburg location
926 Family Center
Flagship Williamsburg location provides confidential therapy, psychiatry, developmental disability, and Kesher Connection services.
926 Bedford Avenue
Brooklyn NY, 11205 arrow

Phone: 718.875.6900
Bushwick location
640 Family Center
Our Bushwick location provides private therapy and psychiatry in a modern, confidential, caring environment.
640 Broadway
Brooklyn NY 11206 arrow

Phone: 718.875.6900
              718.925.2259
Boro Park family center
5309 Family Center
This state-of-the-art Boro Park family center offers therapy and psychiatry with your confidentiality in mind.
5309 18th Avenue
Brooklyn, NY 11205 arrow

Phone: 718.875.6900
              718.705.5190
Kensington/Flatbush family center
4111 Family Center
The Kensington/Flatbush family center is renowned as a local resource.
4111 18th Avenue
Brooklyn NY 11218 arrow

Phone: 718.875.6900
              718.705.5190
איר קענעט מאכן אן אפוינטמענט אין איינע פון אונזערע 4 צענטערן רופט: 718-875-6900
  • מיר נעמען אן אלע "העלט אינשורענס" פראגראמען, ווי מעדיקעיד, מעידקעיר, אא"וו.
  • אלע אונזערע לאקאלן זענען נאנט צו די "סאבוועי סטאנציעס" און אנדערע "פובליק טראנספארטאציע" מיטלן.
  • עס איז אויך מעגליך צו באקומען קאר סערוויס אייך אפצונעמן און צוריק טראגן.

הילף פאר קינדער

מיר האבען טעראפיסטן וואס זענען ספעציעל טרענירט מיט די מערסטע אפ-טו-דעיט קינדער טעראַפּי מיטלן. די קינדער קענען באקומען די פראפעסיאנעלע הילף אין אלע אונזערע לאקאַציעס, ווי אויך דורך אונזערע ספעציעלע סאַטעליט פּראָגראַם, ווי די טעראפיסטן גייען אראפ און חדר/סקול צו באהאנדלן די קינדער מיט זייער מענטל העלט געברויכן.

מיר קענען אייך זיין בייהילפיג מיט קינדער פראבלעמען אינדערהיים אדער און חדר/סקול, אריינגערעכנט התנהגות און באנעמונג, ווי Bullying און טשעפערייען ביי קינדער, אפטע געשוויסטער קריגערייען, אא"וו.

אונזער פראפעסיאנעלע פראגראמען טוט אויך פארשטעלן ספעציעל געלערענטע קאוטשינג סערוויסעס פאר קינדער וואס נויטיגן זיך אין אביסל חיזוק און אויפמערקזאמקייט, אבער דארפן נישט אנקומען צו פראפעסיאנעל טעראַפּי.

נאך "פתח תקוה" סערוויסעס

adult
Developmental Disability Programs
פתח תקוה טוט אויך צושטעלן א פולשטענדיגע רייע מיט הילף פראגראמען פאר "Developmental Disability" פאציענטן, אריינגערעכנט א פול-טיים ריהעב וואוינונג פאר פרויען וואס נויטיגן זיך דערין.

די אלע הילף פראגראמען טוט צוהעלפן פאר מענטשן מיט א "Developmental Disability" און זייערע פאמיליעס, צו קענען לעבן א פרייליך און געזונט זעלבסטשטענדיג לעבן.
ADULT HCBS
ADULT HCBS - CORE Programs
טוט צושטעלן הילף סערוויסעס און כאראקטער בילדונג פאר ערוואקסענע מענטשן (פון 21 יאר און העכער) מיט א רעקארד פון שווערע גייסטישע פראבלעמען, אין אלע זייערע אספעקטן.

די סערוויסעס זענען פיזישע און גייסטישע היילונגען, און פרובירן זיי צו אריינברענגען אין א נארמאלן סדר און מהלך החיים, וויאזוי זיך אומצוגיין צווישן פאמיליע און די אלגעמיינע געזעלשאפט, שאפן פאר דעם מענטש אן ארבעט, זיי געבן PEER הילף, און די נויטיגע הדרכה און לערנונג דורך טעראַפּי באהאנדלונגען.
Kesher Connection
Kesher Connection Program
די Kesher Connection Program טוט צושטעלן די נויטיגע סערוויסעס פאר יחידים אדער פאמיליעס, וואס מוטשענען זיך מיט א פיזישע אדער גייסטישע שוועריגקייט, און האבן פראבלעמען וויאזוי זיך צו פירן מיט'ן טאג טעגליכן הלך ילך און זייערע באדערפענישן, ווי געזונט און וואוינונג, ארבעט און פאמיליע, פינאנציעלע און עמאציאנעלע געברויכן.
geriatrics
Holocaust Program
די פראגראם איז אהערגעשטעלט אריינצוברענגן לעבן און פרייליכקייט פאר "מלחמה איבערלעבער", אונזער סטעף גייען ארום באזוכן עלטערע פרויען און מענער, צו זען אויב אלעס איז מסודר און קוקען זיך אום צו מען קען עפעס ארויסהעלפן, און ווי אויך צו פארברענגן מיט די עלענדע פרויען, אויך איז דא חודשליכע צוזאמענקונפטען מיט נגינה און געשמאקע מאלצייטן, ווי די פרויען האבען שטארק הנאה.
rehab
Community Habilitation Program
איז באשטימט פאר מענטשן מיט "Developmental Disability" פראבלעמען, אבער קענען יא וואוינען א זעלבסטשטענדיג לעבן. דער פראגראם טוט פאוקוסירן צו פארבעסערן דאס לעבן פון אט די פאציענטן אז זיי זאלן קענען טעגליך אנגיין און פונקציאנירן צווישן די אלגעמיינע געזעלשאפט, מיט סאציעלע און קאמיונקאציע אייגנשאפטן, און בלייבן געזונט און באשיצט. אויך טוט מען זיי צושטעלן פארוויילונגען און פרייע צייט אקטיוויטעטן.
women
Devorah Teitelbaum Women’s Residence
טוט צושטעלן פאר פרויען מיט דעוועלאפמענטל דיסאביליטיס די נויטיגע הילף 24 שעה א טאג 7 טאג א וואך. אונזער איבערגעגעבענע סטעף גיבן פאר אירע איינוואוינער "סאושעל און עמאציאנעלע הילף".

דער רעזידענץ איז אונטער א היימישע אטמאספערע פאר די פרויען וואס דארפן זיך דארט אויפהאלטן, זיי זאלן קענען אנגיין מיט אן ערליכע לעבנסשטייגער.