הילף פאר קינדער
מיר האבען טעראפיסטן וואס זענען ספעציעל טרענירט מיט די מערסטע אפ-טו-דעיט קינדער טעראַפּי מיטלן. די קינדער קענען באקומען די פראפעסיאנעלע הילף אין אלע אונזערע לאקאַציעס, ווי אויך דורך אונזערע ספעציעלע סאַטעליט פּראָגראַם, ווי די טעראפיסטן גייען אראפ און חדר/סקול צו באהאנדלן די קינדער מיט זייער מענטל העלט געברויכן.
מיר קענען אייך זיין בייהילפיג מיט קינדער פראבלעמען אינדערהיים אדער און חדר/סקול, אריינגערעכנט התנהגות און באנעמונג, ווי Bullying און טשעפערייען ביי קינדער, אפטע געשוויסטער קריגערייען, אא"וו.
אונזער פראפעסיאנעלע פראגראמען טוט אויך פארשטעלן ספעציעל געלערענטע קאוטשינג סערוויסעס פאר קינדער וואס נויטיגן זיך אין אביסל חיזוק און אויפמערקזאמקייט, אבער דארפן נישט אנקומען צו פראפעסיאנעל טעראַפּי.